U.S. flag

An official website of the United States government

Government Website

Official websites use .gov
A .gov website belongs to an official government organization in the United States.

Safely connect using HTTPS

Secure .gov websites use HTTPS
A lock () or https:// means you’ve safely connected to the .gov website. Share sensitive information only on official, secure websites.

Breadcrumb

  1. Home
  2. News
  3. Fact Sheets
  4. פאקט בלאט שיצן מענטשן פון דיסקרימינאציע באזירט אויף רעאלע אדער אנגענומענע אפשטאם אדער עטנישע אייגנשאפטן

פאקט בלאט שיצן מענטשן פון דיסקרימינאציע באזירט אויף רעאלע אדער אנגענומענע אפשטאם אדער עטנישע אייגנשאפטן

די US דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיוריטי פאר בירגעררעכט און בירגער פרייהייטן (DHS CRCL) און די פעדעראלע עמערדזשענסי פארוואלטונג אגענטור אפיס פון גלייכע רעכטן (FEMA OER) פירן אדורך טיטל 6 פון דער ביגעררעכט אקט פון 1964, 42 U.S.C. § 2000d, et seq.,און אירע אויספיר רעגולאציעס, 6 C.F.R. טייל 21 און 44 C.F.R. טייל 7 (טיטל 6). טיטל 6 טוט פארבאטן באקומערס פון פינאנציעלע הילף צו דיסקרימינירן קעגן מענטשן אויפן סמך פון ראסע, פארב, אדער נאציאנעלע אפשטאם אין דעם באקומערס געשטיצטע פראגראמען און אקטיוויטעטן. דער פאקט בלאט ערקלערט די וועגן ווי אזוי טיטל 6 באווארענט די מענטשן וואס אידנטיפיצירן זיך אלץ אדער ווערן אנגענומען צו זיין בודיסטיש, קריסטן, הינדוסיש, אידיש, מוסלעמעניש, סיקכיש, אדער טייל פון סיי וועלכע אנדערע רעליגיעזע גרופעס.1                            

טיטל 6'ס פראטעקציע פון דיסקרימינאציע

  1. טיטל 6'ס פראטעקציע פון ראסע, פארב, אדער נאציאנאלע אפשטאם דיסקרימינאציע גייט אויך ארויף אויף מענטשן וואס גייען אדורך דיסקרימינאציע, ווי אויך באלעסטיגונגען, אוועקגעשטעלט אויף זייער רעאלע אדער אויסגעזעענע: (1) געטיילטע אפשטאם אדער עטנישע כאראקטעריסטן; אדער (2) בירגערשאפט אדער וואס וואוינען אין א מדינה מיט א דאמינאנטע רעליגיע אדער א קענטיגע רעליגיעזע אידנטיטעט.
  2. טיטל 6 פארבאט דיסקרימינאציע וואס איז אוועקגעשטעלט אויף ראסע, פארב, אדער נאציאנאלע אפשטאם קעגן מענטשן פון סיי וועלכע רעליגיע, ווי אויך די וואס זענען   בודיסטישע, קריסטן, הינדאסישע, אידישע, מוסלעמענישע, סיקישע,  אדער וואס געהערן צו סיי וועלכע אנדערע רעליגיעזע אמונה.  עטליכע ביישפילן פון די סארט דיסקרימינאציע קענען האבן א שייכות מיט אדער זיין אוועקגעשטעלט אויף:
    • ראסישע, עטנישע, אדער אן אפשטאם באליידיגונג אדער סטערעאטיפן;
    • פיזישע אויסזען, אריינגערעכנט די פארב פון הויט, פיזישע אייגנקייט,אדער אנטיעכץ וואס זעען אויס עטניש אדער רעליגיעזע טראדיציעס;
    • רעדן א שפראך אנדערש ווי ענגליש אדער מיט א געוויסער אויסלענדישער אקצענט אדער דעם אויסדרוק; אדער
    • האבן א נאמען וואס געהער אין אלגעמיין צו א געוויסע אפשטאם אדער עטנישקייט.
  3. וויבאלד טיטל 6 שיצט נישט דעם מענטש פון רעליגיעזע דיסקרימינאציע, נעמט די DHS אן די פאלגנדע שריט ווען זיי באקומען טענות ספעציעל וועגן רעליגיעזע דיסקרימינאציע אין פעדעראלע הילף פראגראמען און אקטיוויטעטן:2
    • DHS CRCL און/אדער FEMA OER קוקט אדורך די טענה און באשטעטיגט אויב אנדערע DHS לעגאלע אויטאריטעטן גילטן אויף;3
    • אז נישט, טוט DHS קאארדינירן מיט דער US דעפארמענט פון יוסטיץ (DOJ) צו זען אויב DOJ אדער אן אנדערע פעדעראלע אגענטור האט יוריסדיקצייע.

ביישפילן פון פאלן וואס קענען, עס ווענדט זיך אויף די פאקטן און אומשטאנדן, ארויפברענגען טיטל 6 שייכדיגע זארגן זענען כולל:4

  • א אידישער סטודענט גייט צו א צוגרייט קלאס פון אריינפיר בירגערשאפט אין א קאמיוניטי אינסטיטוציע וואס איז פינאנצירט ביי דער US בירגערשאפט און אימיגראציע סערוויסעס (USCIS). דער אינסטרוקטאר מאכט א באמערקונג אויף דער סטודענטס נאמען, מאכט א זולזלדיגע באמערקונג וועגן אידן, און זאגט פארן סטודענט אז ער/זי וואלט געווען מער באקוועם אין א קלאס מיט מער ישראלישע אימיגראנטן.
  • נאכדען וואס א הוריקאן האט לעצטנס געשעדיגט זייער היים, גייט א סיקישע פאמיליע צו א לאקאלע עמערדזשענסי שיצארט וואס ווערט אנגעפירט ביי נישט פאר קיין ריווח ארגאניזאציע וואס באקומט געלט פון FEMA. באלד נאכן אנקומען, האבן די שיצארט פערסאנאל אוועקגעשיקט די פאמיליע, זאגנדיג אז מענטשן האבן געהערט זייער אקצענט און זענען נישט באקוועם אז זיי געפונען זיך דארט. די סיקישע פאמיליע דערהערן אז צוליב זייער אויסזען, ווי אויך זייערע קליידער, און ווי אזוי זיי רעדן זיך פונאנדער אין א שפראך וואס איז נישט ענגליש, "זעען זיי אויס מסוכנדיג" און קענען זיין א פארזיכערונג ריזיקע. 

אן אויסלענדישע סטודענט וואס איז א מיטגליד פון א באוואוסטע דעבאטע שטאב אין א אוניווערסיטעט טראגט א טראדיציאנאלע קאפצודעק. זי גיט איבער פארן הויפט פון דער לערערשאפט פון דער דעבאטע שטאב אז אנדערע סטודענטן פון דער דעבאטע שטאב האבן איר געטשעפעט, איר גערופן נעמען וואס באליידיגן, געלייגט סטראשעדיגע צעטליך אויף איר דעבאטע בינדער, און האבן איר געזאגט אדער זי זאגט זיך אפ פון דער דעבאטע אדער זי קען נישט טראגן איר קאפצודעק ווייל עס וועט "צעמישן די ריכטער" אדער וועט איר מאכן "צו אויסלענדיש."  דער לערערשאפט מיטגליד גיט א קוועטש מיט די פלייצע און טוט גארנישט דערוועגן צו אדרעסירן דעם ענין און די סטודענט האט זיך מיישב געווען צו פארלאזן די דעבאטע. די אוניווערסיטעט באקומט פינאנצירונג פון DHS פאר איר וויסנשאפט און טעכנעלאגיע אויספארש פראגראמען.

וואס זאל איינער טון אויב זיי גלויבן אז זיי זענען אדורכגעגאנגען דיסקרימינאציע וואס איז אוועקגעשטעלט אויף אפשטאם אדער עטנישע כאראקטעריסטן?

אויב איינער גלייבט אז מ'האט דיסקרימינירט קעגן זיי קען איינגעבן א תביעה מיט DHS CRCL. צו איינגעבן א תביעה, באזוכט https://www.dhs.gov/file-civil-rights-complaint.

 תביעות וואס האבן צו טון מיט באקומערס פון FEMA פינאנצירונג קענען אויך ווערן איינגעגעבן צו FEMA OER. איינצוגעבן א תביעה מיט FEMA OER, באזוכט https://www.fema.gov/about/offices/equal-rights/civil-rights#Complaints.

נאך רעסורסן

אויב איר האט פראגעס אדער וואלט געוואלט האבן טעכנישע הילף, ביטע באזוכט DHS CRCLs וועבזייטל: https://www.dhs.gov/CRCL. איר קענט אונדז קאנטאקטן crcl@hq.dhs.gov. איר קענט אויך קאנטאקטן FEMA OER FEMA-CivilRightsOffice@fema.dhs.gov.

פאר שפראך סערוויסעס, ווי אויך געשריבענע איבערטייטשונגען אדער אינטערפרעטאציעס בעל פה פון א ציבורדיגע פארהאנענע DHS CRCL דאקומענט, אדער צו פארלאנגען דאקומענטן אין אנדערע פארמאטן אזוי ווי ברעיל אדער אין גרויסע אותיות קאנטאקט אונדז crcl@hq.dhs.gov.

ביטע באמערקט אז דער רעסורס האט נישט דעם כוח אדער עפעקט פון א געזעץ. DHS אויספיר פון טיטל 6 שטאמט פון טיטל 6 און אירע אויספיר רעגולאציעס.

Image
Blue horizontal line

1בעת טיטל 6 טוט נישט פארבאטן רעליגיעזע דיסקרימינאציע, עטליכע אנדערע לעגאלע אויטאריטעטן טוען יא פארבאטן באקומערס פון DHS פעדעראלע פינאנציעלע הילף פון דיסקרימינירן קעגן מענטשן אויף דער באזע פון רעליגיע. די זענען כולל:

  • אפטייל 308 פון דער ראבערט ט. סטעפארד קאטאסטראפע פארלייכטערונג און עמערדזשענסי הילף אקט (סטאפארד אקט), 42 U.S.C. § 5151, און אפטייל 309 פון דער סטעפארד אקט, 42 U.S.C. § 5152,  וואס טוט פארבאטן צו דיסקרימינירן אויפן סמך פון ראסע, פארב, רעליגיע, נאציאנאלע  אפשטאם, מין, עלטער, אינוואלידישקייט, ווי גוט מ'רעדט ענגליש, אדער עקאנאמישע סטאטוס אין קאטאסטראפע אפרוף אדער קאמפענסאציע באמיאונגען. FEMA OER פירט אדורך געזעץ ברעכונגען פונעם סטעפארד אקט און איז פאראנטווארטליך אדורכגיין איבערקוקן פון באקומערס און סוב-באקומערס פראגראמען צו באמערקן אויב באקומערס פאלגן אויס די אלע שייכ'דיגע בירגעררעכט לעגאלע אויטאריטעטן.
  • DHS רעגולאציע 6 CFR טייל 19 וואס רופט זיך "נישט-דיסקרימינירן אין זאכן וואס האבן צו טון מיט רעליגיעזע ארגאניזאציעס " שטעלט פעסט אז ארגאניזאציעס וואס באקומען פינאנציעלע הילף פון DHS פאר סאציעלע באדינונג פראגראמען זאלן נישט, ווען זיי שטעלן צו די סערוויסעס און אין קירוב אקטיוויטעטן וואס האבן שייכות מיט אזעלכע פראגראמען, ארויסווייזן אדער דיסקרימינירן קעגן א געניסער פון א פראגראם אדער אקטיוויטעט אויפן סמך פון רעליגיע אדער רעליגעזיער גלויבן, וואס זאגט זיך אפ פון האלטן די רעליגיע גלויבונג, אדער זיך אפזאגן פון זיך צושטעלן אדער אנטייל נעמען אין א רעליגיעזע פראקטיק; און אין אלגעמיין פארלאנגט פון די באקומערס צו צושטעלן געוויסע פראטעקציעס פאר זייערע געניסער. DHS סאנקציאנירט געזעץ ברעכער פון דער רעגולאציע און איז אויטאריזירט צו באקומען תביעות און אדורכפירן אויספארשונגען.

2אפטייל 705 פון דער האומלענד סעקיוריטי אקט פון 2002 (לויטן אמענדירונג), טוט 6 U.S.C. §345,אויטאריזירן DHS CRCL אויסצופארשן טענות, ווי אויך איבערקוקן באשילדונגען פון דיסקרימינאצייע און אפ'משל'ען אויף דער באזע פון רעליגיע, אין DHSs אייגענע פראגראמען און אקטיוויטעטן.

3 זעט הערה 2 פאר DHS לעגאלע אויטאריטעטן וואס קען ווערן אפליקירט צו אזעלכע טענות.

4בעת די זענען פאלן פון סיטואציעס וואס קענען דערפירן צו חששות פון געזעץ-ברעכן פון טיטל 6 אויף דער באזע פון ראסע, פארב, אדער נאציאנאלע אפשטאם, ווי אויבן דערמאנט אין הערה 2, יעדע פון די פאלן, ווענדט זיך אויף די אייגענע פאקטן און אומשטאנדן, קען אויך האבן עובר געווען אויף אנדערע DHS אדער פעדעראלע לעגאלע אויטאריטען, ווי אויך אבער נישט באגרענעצט צום סטעפארד אקט און DHS רעגולאציע 6 CFR טייל 19.

 

Last Updated: 11/01/2023
Was this page helpful?
This page was not helpful because the content